ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

נאָטיצן 2016/31/07


הויפּט-נײַעס פֿון דער װאָך אין דער קולטור-װעלט.


  • פֿילם - "װאַרנער בראָס" האָט פֿאָרגעשטעעלט אַ טרײלער צום קומענדיקן פֿילם ”װוּנדער-פֿרוי" בעת דעם הײַיאָריקן "קאָמיק-קאָן” אין סאַן דיעגאָ. די װוּנדער-פֿרוי אַלײן װערט געשפּילט פֿון דער ישֹראלדיקער אַקטריסע גל גדותּ. גדותּ איז אַנומלט אַטאַקירט געװאָרן פֿון עטלעכע באַניצערס אויף טװיטער װעלכע האָבן געמײנט אַז אַ ”ציוניסט” זאָל ניט שפּילן די װוּנדער-פֿרוי.

  • ליטעראַטור - די צװײ ייִדישע שרײַבערס דעבראַ לװי און דוד שזאַלײַ זײַנען נאָמינירט געװאָרן צום הײַיאָריקן "מען בוקער"-פּרײַז.

  • געשיכטע - דער פּאָרטוגאַלישער קולטור-מיניסטער לויִס פֿיליפּ דע קאַסטראָ האָט געעפֿנט אַ נײַעם צענטער לכּבוד 80 ייִדן װעלכע זײַנען גערודפֿט געװאָרן במשך פֿון דער אינקװיזיציע.

  • געשיכטע - מע װעט דעם ”ייִדישן שפּראַך- און קולטור-אַטלאַס” דיגיטאַליזירן און אורויפֿשטעלן אויף דער אינטערנעץ.

  • ספּאָרט - מכּבי תּל אַבֿיבֿ האָט געװוּנען 3-1 קעגן ראָמענישן מאַנשאַפֿט פּאַנדורי אין ”אײראָפּאַ ליג". צוליב דעם זײַנען  די ישֹראלים אין אַ גוטער פּאָסיציע כּדי זיך צו קװאַליפֿיצירן צו דער נעקסטער רונדע אין דעם טורניר.