ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

װעגן נינטענדאָ ענטערטײנמענט סיסטעם


איך געדענק נאָך װען איך צום ערשטן מאָל האָב דעם גרויען, פֿירעקיקן קלומפֹּ, װאָס מע רופֿט "נעס" (נינטענדאָ ענטערטײנמענט סיסטעמ) באַטראַכט. איך בין בלויז געװען אַ יאַר דרײַ פֿיר, אָבער איך האָב שוין געװוּסט אַז דער קלומפּ אין מײַנע קלײנע הענט איז געװען די שײנסטע זאַך געשאַפֿן פֿון מענטשן. אַ געפֿיל װאָס האָט זיך ניט פֿאַרענדערט, כאָטש דעם אַז עס זײַנען דאָ אַ סך פֿאַרשײדענע קאָנסאָלן אויפֿן הײַנטיקן מאַרק מיט ראַפֿינירטע און בעסערע פֿונקציעס.



די געשיכטע פֿון נינטענדאָ הײבט זיך אָן 1889, װען ה' פֿוסאַייִראָ יאַמאַושי האָט די פֿירמע געגרינדעט. דעמאָלט האָט נינטענדאָ פֿאַבריצירט שפּיל-קאַרטן, אָבער מחמת דעם װאָס עס איז ניט געװען קײן הצלחה, האָבן זײ פֿיגורירט אין פֿאַרשײדענע בראַנזשעס ביז זײ האָבן געפֿונען די רװחדיקע עלעקטראָניק-אינדוסטריע 1974.

אַ װיכטיקע טײל פֿון נינטענדאָס געשיכטע איז טאַקע געװען װען די פֿירמע האָט רעקרוטירט ה' שיגעראָ מיִיאַמאָטאָ, װײַל ער איז דער שאַפֿער פֿונעם שפּיל "דאָנקי קאָנג". דער העלד-כאַראַקטער אינעם שפּיל, מאַריאָ, איז געװאָרן אַ גרויסער סימבאָל פֿון נינטענדאָ. "דאָנקי קאָנג" איז פֿון אַנהײב געװען אַן אַרקאַד-שפּיל מיטן ציל צו
איבערקליגן די גרויסע מאַלפּע, דאָנקי קאָנג,

כּדי צו ראַטעװען די מײדל, פּאַולין, װאָס איז אַ געפֿאַנגענע בײַ דער מאַלפּע. דער אַרויסלאָז פֿון "דאָנקי קאָנג" 1981 איז געװאָרן דער דורכבראַך פֿאַר נינטענדאָ און די פֿירמע האָט פֿאַרדינט אַ סך געלט! 

1983 האָט די פֿירמע אַרויסגעלאָזט איר ערשטער קאָנסאָל פֿאַר װידעאָ-שפּילערײַ װאָס מע האָט גערופֿט "פֿאַמיקאָם" (אַ קירצונג פֿון "פֿאַמילי קאָמפּיוטער") אין יאַפּאַן און "נינטענדאָ ענטערטײנמענט סיסטעם" (נעס) אין דער איבעריקער װעלט. װען דער "נעס" איז אַרויסגעלאָזט געװאָרן אין אַמעריקע האָט נינטענדאָ אויך אַרויסגעלאָזט דאָס שפּיל, "סופּער מאַריאָ בראָס." װוּ דער אינסטאַלאַטאָר מאַריאָ, פֿונעם "דאָנקי קאָנג"-שפּיל, איז נאָך אַ מאָל געװען דער העלד. דאָס מאָל האָט ער מיטגעבראַכט זײַן ברודער, לויִדזשי, און אַנשטאָט דער מאַלפּע, דאָנקי קאָנג, איז די רשע געװען דער בײזער דראַקאָן באַװסער. דאָס שפּיל איז געװאָרן אַ גרויסער סוקצעס, און איז הײַנט צו טאָג אַ בעסטסעלער און די גאַנצע װעלט קענט הײַנט די ברידער מאָריאָ און לויִדזשי!