ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

מעשֹה: פֿויגל-לשון



 אַ מעשֹה פֿונעם רוסישן פֿאָלקלאָר. איבערגעזעצט און באַאַרבעט פֿון זשאַן העסל.


אין אַ שטאָט האָט געװױנט אַ סוחר מיט זײַן װײַב און גאָט האָט אים געגעבן אַ זון װאָס האָט געהײסן װאַסילי.

אײן מאָל זײַנען זײ געזעסן זאַלבעדריט בײַם טיש אָבער איבערן טיש האָט געהאָנגען אַ שטײַגל מיט אַ סאָלאָװײ װאָס האָט געזונגען מיט אַזאַ טרױעריקן קול אַז דער סוחר איז אױפֿגעשטאַנען און האָט אַ זאָג געטאָן:

- אױב עס װאָלט געקומען אַזאַ אײנער, װאָס װאָלט געקענט טרעפֿן װאָס דער סאָלאָװײ זינגט און װאָס פֿאַר אַ גורל ער זאָגט פֿאָרױס, דאַן װאָלט איך אים אַװעקגעגעבן אַ העלפֿט פֿון מײַן האָב-און-גוטס.

אָבער דאָס ייִנגל – ער איז דעמאָלט געװען אַלט זעקס יאָר – האָט געקוקט דעם טאַטן גלײַך אין די אױגן אַרײַן און געזאָגט:

- איך װײס װאָס דער סאָלאָװײ זינגט, אָבער איך האָב מורא אױסצוזאָגן.

- זאָלסט דערצײלן אַלצדינג און ניט פֿאַרבאָרגן קײן אײן װאָרט! - האָבן געשריגן דער טאַטע מיט דער מאַמען.

און מיט טרערן אין די אױגן האָט װאַסילי געשעפּטשעט:

- דער סאָלאָװײ זאָגט פֿאָרױס, אַז עס װעט קומען אַ צײַט װען איר װעט מיר באַדינען: דו, טאַטע, װעסט קומען צוטראָגן מיט װאַסער, און דו, מאַמע, װעסט מיר געבן דעם האַנטעך כּדי איך זאָל זיך קענען װאַשן.

דער טאַטע מיט דער מאַמען זײַנען געװאָרן שטאַרק אין כּעס און זײ האָבן באַשלאָסן אומצוברענגען דאָס בן-יחידל. אין מיטן דער נאַכט האָבן זײ אַנידערגעלײגט דאָס שלעפֿעריקע קינד אױף אַ קלײן לאָטקע װאָס זײ האָבן אַװעקגעלאָזט אױפֿן עפֿענעם ים.

פּונקט אין דעם מאָמענט איז דער סאָלאָװײ אַרױסגעפֿלױגן פֿונעם שטײַגל און איז געקומען צופֿליען צום ייִנגעלע.

אָט אַזױ איז דער בחור געזעסן אין דער לאָטקע װען עס איז געקומען צופֿאָרן אַ גרױסע שיף. דער שיפֿער האָט דערזען דאָס אומגליקלעכע קינד, האָט רחמנות געהאַט, און האָט אים צוגענומען צו זיך װי אַ קינד אַן אײגנס.

אײן מאָל איז װאַסילי צוגעגאַנגען צום נײַעם טאַטן און האָט געזאָגט:

- דער סאָלאָװײ זינגט אַז עס װעט קומען אַ שטורעם װאָס װעט צעברעכן די מאַסטן און צערײַסן די זעגלען אױף שמאַטעס. לאָמיר פֿאָרן צוריק אין פּאָרט.

אָבער אַזױנע רײד האָט דער שיפֿער ניט געקענט גלײבן.

איז טאַקע געקומען דער שטורעם און האָט צעבראָכן די מאַסטן און צעריסן די זעגלען אױף שמאַטעס.

באַלד האָט מען געמאַכט נײַע מאַסטן און גענײט נײַע זעגלען. ערשט דערנאָך האָט מען געקענט װײַטער פֿאָרן. אָבער װאַסילי האָט אַ זאָג געטאָן:

- דער סאָלאָװײ זינגט אַז עס װעט קומען צופֿאָרן צװעלעף שיף, אַלע פֿולע מיט גזלנים װאָס װעלן אונדז אַלעמען הרגענען.

דאָס מאָל האָט דער שיפֿער פֿאַרשטאַנען אַז דאָס װאָס װאַסילי זאָגט איז אמת. דערפֿאַר האָט ער געגעבן אַ באַפֿעל מען זאָל זיך באַהאַלטן הינטער אַן אינדזל, און פֿון דאָרטן האָט ער געזען װי די גזלנישע שיפֿן זײַנען פֿאַרבײַגעפֿאָרן. דער שיפֿער האָט געװאַרט אַ װײַלעטשקע און דערנאָכדעם האָט מען שױן געקענט פֿאָרן װײַטער.

נאָך אַ שטיקל צײַט האָט מען געאַנקערט בײַ דער שטאָט כװאַלינסק. בײַם דאָרטיקן קעניג, בײַ די פֿענצטער פֿונעם פּאַלאַץ, זײַנען אַרומגעפֿלױגן אַ װאָראָן מיט אַ װאָראָנקע, און מיט זײ איז אױך געװען אַ קלײן װאָראָנטשיק. זײ זײַנען געװען דאָרטן שױן עטלעכע יאָר, און זײ האָבן געשריגן טאָג און נאַכט און קײנעם ניט געלאָזט צו רו.

מען האָט געטאָן אַלץ װאָס מען האָט נאָר געקענט כּדי אַװעקצויאָגן די װאָראָנעס, אָבער עס האָט געהאָלפֿן װי אַ טױטן באַנקעס. דער קעניג האָט געהײסן אױפֿצוהענגען פּלאַקאַטן איבער דער גאַנצער שטאָט װוּ עס איז געװען אָנגעשריבן: אױב עמעצער װעט קענען אַװעקטרײַבן די װאָראָנעס, װעט ער באַקומען אַ העלפֿט פֿונעם קיניגרײַך. מען װעט אים אױך געבן די פּרינצעסין פֿאַר אַ כּלה. אָבער טאָמער עמעצער װעט זיך נעמען צו דער אַרבעט און עס ניט אַדורכפֿירן װעט מען אים באַלד קעפּן.

זײער אַ סך יעגערס זײַנען שױן געקומען צום קעניג, אָבער די קעפּ זײערע זײַנען שױן געליגן אױפֿן מױער אַרום דער שטאָט.

װען װאַסילי האָט געהערט װעגן די זאַכן איז ער באַלד צוגעגאַנגען צום שיפֿער און האָט געבעטן:

- לאָז מיך גײן צום קעניג אַװעקצוטרײַבן די װאָראָנעס.

דער שיפֿער האָט, פֿאַרשטײט זיך, ניט געװאָלט אַז װאַסילי זאָל גײן, אָבער אָפּשטעלן װאַסילי האָט ער ניט געקענט.

- נו, גײ, אָבער אױב עס װעט זײַן געפֿערלעך ביסטו אַלײן שולדיק.

װאַסילי איז צוגעקומען צום פּאַלאַץ, האָט גערעדט מיטן קעניג און מען האָט אים צוגעפֿירט צום פֿענצטער װוּ עס זײַנען אַרומגעפֿלױגן די װאָראָנעס. ער האָט זיך צוגעהערט צו די פֿײגל און ער האָט אַ זאָג געטאָן דעם קעניג:

- װאַשע װעליטשעסטװע, איר זעט אַלײן
אַז עס זײַנען דאָ דרײַ פֿײגל: דער װאָראָן, זײַן װײַב די װאָראָנקע און זײער קינד; דאָס װאָראָנטשיק. זײ קריגן זיך װעגן װעמען עס געהערט דאָס קינד – דער מאַמען אָדער דעם טאַטן, און זײ בעטן אַז איר זאָלט פּסקענען, װאַשע װעליטשעסטװע! זאָגט זשע, װעמען געהערט דער זון?

זאָגט דער קעניג:

- דער מאַמען.

װיבאַלד דער קעניג האָט נאָר אױסגעזאָגט די דאָזיקע װערטער, זײַנען זיך די פֿײגל צעפֿלױגן, די װאָראָנקע מיט איר זון קײן מיזרח און דער װאָראָן קײן מערבֿ.

נאָך דעם האָט דער קעניג צוגענומען דעם בחור צו זיך. װאַסילי האָט געװױנט דאָרטן אינעם פּאַלאַץ, זיך געבאָדט אין אַל-דאָס-גוטס; ער איז אױפֿגעװאַקסן אַ קלוגער און אַ שײנער, האָט חתונה געהאַט מיט דער פּרינצעסין און ער איז געװאָרן דער קעניג פֿון אַ האַלבן קיניגרײַך.

אײן מאָל האָט װאַסילי געטראַכט אַז עס װעט זײַן גוט פֿאַר אים אַרױסצופֿאָרן אַ קוק טאָן װאָס עס טוט זיך אין פֿאַרשײדענע ערטער און לענדער. מען װעט זיך לערנען גוטע זאַכן דערפֿון. און ער איז טאַקע אַװעקגעפֿאָרן.

אין אײנער אַ שטאָט איז ער געבליבן נעכטיקן. ער איז גוט אױסגעשלאָפֿן, איז אױפֿגעשטאַנען און האָט געבעטן מען זאָל אים געבן װאַסער כּדי ער זאָל זיך קענען װאַשן. דער בעל-הבית איז געקומען צוטראָגן מיט װאַסער און די בעל-הביתטע האָט אים דערלאַנגט דעם האַנטעך; ער האָט גערעדט מיט זײ און פֿאַרשטאַנען אַז די אַלטע פּאָר איז געװען זײַן טאַטע-מאַמע.

װאַסילי האָט זיך צעװײנט פֿון גרױסן פֿרײד, און ער האָט זיך אַנידערגעשטעלט אױף די קני. דערנאָך האָט ער די עלטערן זײַנע צוגענומען צו זיך אין דער שטאָט כװאַלינסק, און זײ האָבן געלעבט צוזאַמען דאָרטן און דערלעבט אַ סך גוטע זאַכן.