ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

מעשֹה: די באַלוינונג



אַ מעשֹה פֿונעם רוסישן פֿאָלקלאָר. איבערגעזעצט און באַאַרבעט פֿון זשאַן העסל.



אײן מאָל װען דער צאַר איז געװען אױף אַ רײַזע האָט זיך אָנגעטראָפֿן אַן אומגליק - זײַן פֿינגערל איז פֿאַרפֿאַלן געװאָרן. אָט דאָס פֿינגערל איז געװען אַ גאָלדענע ירושה-זאַך און דער צאַר איז, פֿאַרשטײט זיך, געװאָרן זײער טרױעריק. באַלד האָט ער געגעבן אַן אוקאַז* אַז מען זאָל דרוקן אין די צײַטונגען, אַז דער װאָס װעט געפֿינען דאָס פֿינגערל װעט באַקומען אַ גרױסע באַלױנונג.

דער גליקלעכער װאָס האָט געפֿונען דאָס פֿינגערל איז געװען אַ פּראָסטער סאָלדאַט.

- װאָס טוט מען? האָט געטראַכט דער סאָלדאַט. אױב איך װעל דערצײלן װעגן דעם פֿינגערל דאָ אױפֿן פּאָלק װעט דער קאָרפּאָראַל עס זיכער אַװעקנעמען פֿון מיר. און דערנאָך װעט דאָס פֿינגערל זיך דרײען פֿונעם קאָרפּאָראַל צום לײטענאַנט, און פֿונעם לײטענאַנט צום קאַפּיטאַן, און פֿונעם קאַפּיטאַן צום פּאָלקאָװניק, און אַזױ װײַטער אָן קײן סוף! טאָ גײ איך בעסער אַלײן צום צאַר.

און ער איז טאַקע אָנגעקומען צום טױער פֿונעם פּאַלאַץ װוּ דער צאַר האָט געװױנט, אָבער דאָרטן בײַם קאַראַול האָט מען אים אָפּגעשטעלט. אַן אָפֿיציר בײַ דער גאַרדע האָט געפֿרעגט:

-װאָס װילסטו?

-איך האָב געפֿונען דאָס פֿינגערל, האָט ער געענטפֿערט.

- זײער פֿײַן, ברודערל! איך װעל ראַפּאָרטירן װעגן דיר צום אימפּעראַטאָר, אָבער נאָר בתּנאַי אַז דו װעסט מיר געבן אַ העלפֿט פֿון דער באַלױנונג.

דער סאָלדאַט האָט געטראַכט: אָט האָט מען געהאַט אַזאַ מזל, ממש דאָס גרױסע געװינס, און צדקה ראַטעװעט דאָך פֿון טױט.

- גוט, האָט ער אַ זאָג געטאָן דעם אָפֿיציר, אָבער גיט זשע מיר אַ פּאַפּיר אױף דעם, אַז איר זאָלט האָבן אַ העלפֿט און אַז איך זאָל האָבן אַ העלפֿט.

דער אָפֿיציר האָט אים געגעבן אַ פּאַפּיר מיט אַ שײנער חתימה. דערנאָך האָט מען אים אַרײַנגעפֿירט גלײַך צום צאַר.
דער צאַר איז אים געװען זײער דאַנקבאַר.

- אַ האַרציקן דאַנק דיר! פֿאַר דעם װעל איך דיר געבן צװײ טױזנט רובל!

- נײן, װאַשע װעליטשעסטװע**, דאָס איז ניט קײן באַלױנונג פֿאַר אַ סאָלדאַט. די סאָלדאַצקע באַלױנונג װאָלט געװען צװײ הונדערט שמיץ מיטן שטעקן.

- ביסט טאַקע אַ נאַר! האָט דער צאַר געזאָגט און האָט געהײסן אַרײַנטראָגן די שטעקנס.

דער סאָלדאַט האָט זיך אָנגעהױבן אױסטאָן די קלײדער, אָבער װען ער האָט צעשפּיליעט די קנעפּעלעך איז דאָס פּאַפּיר אַרױסגעפֿאַלן אױף דער פּאַדלאָגע.

- װאָס איז דאָס פֿאַר אַ פּאַפּירל? האָט דער צאַר געפֿרעגט.

- דאָס איז אַן אָפּמאַך, װאַשע װעליטשעסטװע, אַז פֿון דער באַלױנונג װעל איך באַקומען בלױז אַ העלפֿט. די צװײטע העלפֿט געהערט צום אָפֿיציר בײַם קאַראַול.

דער צאַר האָט זיך צעלאַכט און גערופֿן דעם אָפֿיציר און געהײסן מען זאָל אים אַרײַנצימבלען הונדערט מאָל מיט די שטעקנס. װיבאַלד מען האָט אָנגעהױבן צײלן די לעצטע צען שמיץ, איז דער סאָלדאַט צוגעגאַנגען צום צאַר און האָט אַ זאָג געטאָן:

- װאַשע װעליטשעסטװע, װײַל ער איז אַזױ כאַפּעריש און האָט אַזױ גרױסע באַדערפֿענישן, װעל איך אים אױך געבן מײַן טײל פֿון דער באַלױנונג.

- אױ, דאָס איז מיר אַ ברײטהאַרציקער סאָלדאַט! האָט געזאָגט דער צאַר און האָט געגעבן אַ באַפֿעל מען זאָל געבן דעם אָפֿיציר די לעצטע הונדערט שמיץ.

דערנאָך האָט דער אָפֿיציר אַפֿילו ניט געקענט קריכן אױף הענט און פֿיס צו דער קאַזאַרמע. אָבער דער סאָלדאַט האָט מען באַפֿרײַט פֿונעם װײַטערדיקן דינסט, און בײַ דער אױסשרײַבונג האָט מען אים געגעבן דרײַ טױזנט רובל אױף פּרנסה. און ער איז געגאַנגען צו אַ קרעטשמע װוּ ער האָט גוט געגעסן און געטרונקען. לחײם!

*   רוסיש - אַ צאַרישער דעקרעט.
** רוסיש - אײַער הױכקײט.