ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

דער פּױעזד




אַ ליד אָנגעשריבן בײַ נאַכט אױף אַ באַן ערגעץ אין צפֿון-שװעדן.
פֿון: זשאַן העסל


ס'האָט זיך אַרײַנגעגנבֿעט די נאַכט אין מיר און דער זײגער שלאָגט אָן אַ שיעור.
כ'שלאָף אין װאַגאָן בשעת דער לאַנדשאַפֿט יאָגט װײַטער אין אײביק געדרײ.
ס'דונערן פֿון אײַזערנע רעדער און קרישטאָלענע חלומות חלומען זיך מיר.
ס'װאַכט די לבֿנה איבער פֿעלדער און שטיבער באַדעקטע מיט װײַסינקן שנײ.

ס'שעפּטשען די שנײען מוראדיקע סודות אין רײען. װען איך װאָלט געװען װאַך
װאָלט איך גענומען אַ שער און געשױרן פּאַפּירענע גירלאַנדעס. אױ ס'איז אַ װוּנדער!
ס'װאָלט זיך פֿאַרפֿלײצט דער גאַנצער װאַגאָן מיט גירלאַנדעס פֿונעם דיל ביזן דאַך.
קאָלירטע בלימלעך - געװיס פֿון פּאַפּיר - אָבער שײנע אין זיך יעדער באַזונדער.

װען כ'װאָלט נאָר געװען װאַך װאָלט איך גענומען זינגען עפּעס אַ צעדרײט ליד,
װעגן רעדער װאָס קײַקלען זיך װי גאָלדענע רענדלעך בײַם קרעטשמער אין שענק,
אָבער כ'טאָר חס-וחלילה ניט שטערן די אַנדערע פּאַסאַזשירן װעלכע זײַנען מער מיד.
כ'דאַרף נעבעך װײַטער שלאָפֿן שטילערדיקערהײט. זאָלן די אַנדערע כאַפּן אַ קרענק!

כ'װאָלט מסתּמא בעסער געשושקעט: -שלאָפֿט זשע גיכער, די זון װעט באַלד אױפֿגײן.
און אַלע װעלן זײ זיכער שלאָפֿן גיכער, װײַל די זון װעט באַלד אױפֿגעגאַנגען װערן.
רעדן טאָר מען ניט! זינגען טאָר מען אַװדאי ניט! װי אַזױ קען מען דאָס פֿאַרשטײן?
און אַז כ'שלאָף קען איך דאָך ניט רעדן, און װער זשע װאָלט איך דען געקענט שטערן?