ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

אַװאַנגאַרד לכּבֿוד ציליע דראָפּקין


אַ ישֹראלדיקער קװאַרטעט האָט מיט פֿינף יאָר צוריק אַרויסגעלאָזט צװײ לידער, װעלכע זײַנען געװען מוזיקאַלישע אַדאַפּטאַציעס פֿון ציליע דראָפּקינס לידער ”צו לוציפֿערן” און ”די צירקוס-דאַמע". די קאַפּעליע האָט איבערגעזעצט די דאָזיקע לידער אויף העברעיש און געשאַפֿט אַװאַנגאַרדיסטישע לידער מיט אַ סך פֿאַרשײדענע מוזיקאַלישע עלעמענטן.

די קאַפּעליע, װאָס האָט זיך גערופֿן „דראָפּקין‟ לכּבֿוד דער פּאָעטעסע, האָט אויף װיפֿל איך װײס נאָר רעקאָרדירט די דאָזיקע לידער און איז באַשטאַנען פֿון דזשוליאַ אײַזנבערג, רוי יאַרקאָני, ישי סאָמער און יפֿתּח קאַדאַן. אײַזנבערג, אַ קאָמפּאָזיטאָרין און חזנטע, איז אַ באַװוּסטע זינגערין אין דער אַװאַנגאַרדיסטישער סבֿיבֿה און זינגט למשל אין „טשאַרמינג האָסטעס‟. דער באַסיסט ישי סאָמער קען מען, אַגבֿ, אויך הערן אין דער דײַטשער טרעש מעטאַל-גרופּע ”די אַוטסײַד”.

דזשוליאַ אײַזנבערג
הערט צו צום ליד „לוציפֿער‟ אויף סאַונד קלאַוד: https://soundcloud.com/udi-koomran/dropkin-lutzifer-1

װי פֿריער געזאָגט, איז די מוזיק אינספּירירט פֿון דער פּאָעטעסע ציליע דראָפּקין. דראָפּקין איז געװען אַ ייִדישער מאָדערניסט, געבוירן געװאָרן 1887 אין באָברויסק אין דער רוסישע אימפּעריע. דראָפּקין איז אַנטלאָפֿן קײן אַמעריקע 1912 און איז נאָך דעם געװען אַקטיװ אויף דער ניו יאָרקער ייִדיש-סצענע. מע קײן לײענען אַ סך פֿון אירע לידער אינעם בוך אין הײסן װינט.

די װערק פֿון דראָפּקין װערן כאַראַקטעריזירט מיט אַ שטאַרק אינטענסיװ געפֿיל און האַנדלען זיך אָפֿט מאָל װעגן צו זײַן אַ מאַמע, אַ װײַב אָדער אַ געליבטע. אַ גוטער בײַשפּיל פֿון דעם איז „פֿרילינג‟:

פֿרילינג

,דער ראָזער הימל האָט פֿאַר נאַכט
,דאָס שװאַרצע פֿעלד געקושט
,און װען עס איז געקומען נאַכט
איז דער הימל אויפֿן פֿעלד געלעגן

און צוּגעלײגט צוּ דער ערד זײַן הײסע ברוסט
און געזעיטיקט זי אַ גאַנצע נאַכט מיט די
זאַפֿטן פֿון זײַן לײַב. אין פֿרימאָרגן
האָט דער הימל זונענשײַן געשפּינט אויף
.דעם קערפּער פֿון זײַן שװאַרצער װײַב

(1888-1956) ציליע דראָפּקין


פֿון: נ. אָלניאַנסקי