ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

זונאויפֿגאַנג אין דער װײַטנס


אַ נײַגעשריבן ליד װעגן אַ מײדעלע, אַ פֿײגעלע און אַ װײַטן זונאויפֿגאַנג.


העט װײַט, אין אַ קאַלטן לאַנד
זײער אַ פֿינצטער אָרט
װוּ די שאָטנס טאַנצן טאָג װי נאַכט
בײַם קײסערס פֿאָרט

שטײט אַ שײן מײדעלע
שטײט זי גאַנץ אַלײן
נאָר אַ קלײן פֿײגעלע
קען איר קלאָגליד הערן

טויט, הונגער און קנעכטשאַפֿט
קײן גליק איז ניט פֿאַראַן
שמערץ אימה און טרערן
איבערן גאַנצן לאַנד

דאָס פֿײגעלע װײנט מיט טרערן
,און שאַפֿט פֿון זײ אַ טײַכל
אַ טײַכל, אַ שײנס, װי טויזנטער שטערן
װײַסע און גילדענע צו גלײַך

דאָס מײדעלע שװימט אַװעק
זי שװימט צום אמתן װעלט
אָבער דער זון װעט אויפֿגײן,
כּאילו גאָרנישט איז געשען