ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

דער ייִדישער האָביט


"דער האָביט" איז אַ ראָמאַן פֿון דעם באַרימטן פֿאַנטאַסטיק-שרײַבער, י.ר.ר. טאָלקין, אָנגעשריבן 1937. סוף 2012 איז דאָס בוך אַרויס אויף ייִדיש דעם ערשטן מאָל. צוליב דעם װאָס דער איבערזעצער בעריש גאָלדשטײן האָט נאָר װאָס פֿאַרענדיקט איבערזעצן די גאַנצע "דער האַר פֿון די פֿינגערלעך"-טרילאָגיע פּובליקירן מיר דעם אָ אינטערװיו.

די האָביטס זײַנען אַ פּראָסט פֿאָלק װאָס האָט ליב טאַביק, עסן און צו זײַן רויִק אין אַלגעמײן. דער הויפּט-כאַראַקטער פֿון דער מעשֹה, בילבאָ באַגינס, איז אָט אַזאַ האָביט אָבער דער מכשף, גאַנדאַלף, און 13 קאַרליקעס (אָדער "שרעטלעך" לויט גאָלדשטײנס איבערזעצונג) ברענגען אים מיט אויף אַ געװאַלדיקער אַװאַנטורע מיט אַ גיגאַנטישן דראַקאָן, אַ סך מאָדנע באַשעפֿענישן און גילדענע אוצרות. אין פֿאַרגלײַך מיט דער באַרימטער טרילאָגיע, "דער האַר פֿון די פֿינגערלעך", װאָס איז אַ באָמבאַסטיש שטיקל װערק, איז "דער האָביט" גיכער אַ מין קינדער-מעשֹה, אָבער די גרויסע װעלט און כּלערלײיִקע כאַראַקטערן פֿון טאָלקין געפֿעלן אַװדאי מענטשן פֿון אַלע עלטער.

װען אַ הבֿר האָט געשריבן װעגן אַ ייִדישן האָביט אויף פֿײסבוק בין איך געװאָרן זײער פֿרײלעך און שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיטן בוך. װײַל איך מײן אַז פּונקט אַזעלכע זאַכן װעלן האַלטן דאָס װעלטלעכע ייִדיש בײַם לעבן. דערצו בין איך אַ גרויסער, גרויסער אָנהענגער פֿון טאָלקינס ביכער. דערפֿאַר, איז אַן איבערזעצונג פֿון "דער האָביט" געװען אין גאַנצן פּערפֿעקט!

בעריש גאָלדשטײן


נאָך דעם װאָס איך האָב, סוף כּל סוף, געלײענט "דער האָביט" אויף ייִדיש בין איך געװאָרן נאָך מער פֿרײלעך, װײַל ה' גאָלדשטײנס װוּנדערלעכער איבערזעצונג כאַפּט אי דעם טאָלקינדיקן אי דעם ייִדישן טעם. אַ פֿאַנטאַסטיק-ראָמאַן אויף ייִדיש איז אָבער עפּעס אין גאַנצן נײַ און טאַקע שפּאַנענדיק, האָב איך זיך געשטעלט אין פֿאַרבינדונג מיטן איבערזעצער צו פֿרעגן: "פֿאַר װאָס האָט איר איבערגעזעצט אָט 'דער האָביט'"?
 
- פֿאַר װאָס ניט! הײבט זיך ה' גאָלדשטײן אָן, אַז ער ענטפֿערט מײַנע פֿראַגעס דורך בליצפּאָסט, און דערקלערט אַז ער האָט געהערט אָט די פֿראַגע פֿון אַנדערע.

- איך מוז זאָגן אַז איך האָב ניט קײן קלאָרן ענטפֿער, זאָגט ער װײַטער. אַחוץ דעם װאָס איך האָב לאַנג ליב געהאַט די מעשׂה (און "דער האַר פֿון די פֿינגערלעך" אױך), און דעמאָלט (מיט אַ דרײַ יאָר צוריק) בין איך געװען אַ האַלב־פּענסיאָנירטער, האָב איך געװאָלט עפּעס אַ פּראָיעקט געפֿינען.

ס'איז ניט נאָר די אויסגעקליבענע שפּראַך װאָס מאַכט דאָס בוך אַ ספּעציעלס. די הילע איז טאַקע ניט קײן געװײנטלעכע פֿאַנאַסטיק-הילע, אָבער אַ מין קאָלאַזש פֿון קינדער-צײכענונגען.

- אַ, נחת פֿון קינדער, אָדער אין דעם פֿאַל, אײניקלעך, דערקלערט דער איבערזעצער װען איך פֿרעג אים װעגן דער הילע. בעקע (אַלט 9 יאָר), עמאַ (7 יאָר), און אײַריס (1 יאָר) האָבן אָנגעצײכנט אַ סך בילדער און אױסגעקליבן די װאָס אױף דער הילע. בעקע האָט שפּעטער געזאָגט אַז איר דראַקאָן איז צו בײַכיק, אָבער איז צופֿרידן געװאָרן װען איך האָב איר דערקלערט אַז דער דראַקאָן איז טאַקע געװען אַ דיקער.

עס דאַכט זיך, צום גליק, אַז דער האָביט װעט ניט זײַן דאָס לעצטע בוך בעריש גאָלדשטײן װעט איבערזעצן. אָבער, װעט ער אויך איבערזעצן די "לאָרד אָף די רינגס"-ביכער?

- אַ גוטע פֿראַגע, ענטפֿערט בעריש. אפֿשר, אָדער װײניקסטענס אַן אָנהײב מאַכן מיטן ערשטן בוך. אָבער ערשט האָב איך אין זינען צו איבערזעצן דאָס ערשטע הערי פּאָטער בוך; איך װאַרט אױף דערלױבעניש פֿונעם דריקרעכט־באַזיצער. דערװײַל, נאָר אױף קאַטאָװעס, האַלט איך אין איבערזעצן דיקענסעס די פּיקװיק פּאַפּירן (אױך בײַ מיר זײער אַ באַליבט בוך).

ל'סוף בין איך פֿאַראינטערעסירט מיטן איבערזעצערס מײנונג װעגן דעם נײַעם
האָביט-פֿילם.

- איך מיט דער טאָכטער און די צװײ עלטערע אײניקלעך האָבן אים געזען װען ס'איז ערשט אַרױס. ס'איז אונדז אַלע געפֿעלן. אַ ביסל פֿרוסטרירנדיק, װאָס ער האָט דאָס געמאַכט אין דרײַ טײלן (צוליב געלט, מײן איך). דער פֿילם האָט ניט צו פֿיל איבערגעביטן פּראָטים דאָ און דאָרט אָבער האָט ניט קאַליע געמאַכט די מעשׂה.

דאָס בלעטעלע ווינטשט בעריש גאָלדשטײנען גרויסע הצלחה אין אַלע זײַנע קומענדיקע פּראָיעקטן!