ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

מעשֹה: די קאַץ און דער פֿוקס


 אַ מעשֹה פֿונעם רוסישן פֿאָלקלאָר. איבערגעזעצט און באַאַרבעט פֿון זשאַן העסל.


אַ מאָל איז געװען אַ זקן מיט אַ זקנה. קײן קינדער האָבן זײ ניט געהאַט. בײַ זײ איז נאָר געװען אַ קאַץ אַ גרױע. זײ האָבן איר געגעבן עסן און טרינקען; װיזעלעך, װעװערקעס, פֿײגעלעך און אַלערלײ קלײנע חיות. די קאַץ איז אָנגעשװאָלן געװאָרן פֿון װױלטאָג. זי איז, פֿאַרשטײט זיך, געװאָרן זײער אַלט.

דאַן האָט די זקנה געזאָגט דעם זקן:
- ברױטגעבער מײנער, פֿאַר װאָס האָבן מיר די קאַץ? זי איז דאָך געװאָרן פֿױל און שלעפֿעריק, ליגט זי נאָר אױפֿן אױװן און כראָפּעט גאַנצענע טעג.
- װאָס זשע װילסטו איך זאָל טאָן?
- טראָג זי אַװעק אין װאַלד. דאָרטן װעט זי זיך אַלײן דערנערן.
דער זקן האָט טאַקע אַװעקגעטראָגן די קאַץ און אָט איז זי געבליבן אײנע אַלײן אין װאַלד, נעבעך. זי האָט געהונגערט דרײַ טעג און דערנאָך האָט זי זיך צעװײנט. איז געקומען דער פֿוקס און האָט געפֿרעגט:
- פֿאַר װאָס זשע װײנסטו, קעצעלע?
- אױ װײ איז מיר, פֿאַר װאָס זאָל איך ניט װײנען? געװױנט האָב איך בײַ אַ זקן מיט אַ זקנה. זײ האָבן מיר געגעבן אַל-דאָס-גוטס ביז איך בין געװאָרן אַלט און מען האָט מיך אַװעקגעטריבן.

אָבער דער פֿוקס האָט אַ זאָג געטאָן:
- קעצעלע, לאָמיר שטעלן אַ חופּה!
- װי אַזױ װעלן מיר קענען חתונה האָבן? איך האָב שױן גענוג דאגות לגבי פּרנסה! און דו האָסט אפֿשר קינדער װעלכע מען דאַרף אױפֿהאָדעװען.
- דאָס מאַכט ניט אױס, מיר װעלן עפּעס אױסטראַכטן.

אָט האָט די קאַץ חתונה געהאַט מיטן פֿוקס. אײן מאָל זײַנען דער בער און דער האָז פֿאַרבײַגעגאַנגען לעבן דער נאָרע װוּ דער פֿוקס האָט געװױנט מיט דער קאַץ. דער פֿוקס האָט דאָס באַמערקט און געשריגן:
- עך בערעלע-כּפּרהלע, און דו קאַסאָקע העזל! װען איך בין געװען אַן אַלמן האָב איך אײַך מאַלע װאָס געאַרט, אָבער איצט װען איך האָב אַ כּלה װאַלגערט איר זיך דאָ טאָג און נאַכט! נײַגעריקע זענט איר? היט זיך! אַניט װעט די קאַץ מאַכן פֿון אײַך פֿוטערנע קראַגן!

װען דער בער מיטן האָז זײַנען אַװעק האָט דער ערשטער געזאָגט צום צװײטן:
- װאָס פֿאַר אַ װײַבל האָט ער? קען זי טאַקע זײַן גרעסער פֿון מיר?
- און קען זי טאַקע לױפֿן גיכער פֿון מיר? האָט געזאָגט דער האָז. לאָמיר מאָרגן גײן אַ קוק געבן אױף איר.
אין דער פֿרי זײַנען זײ װידער צוגעגאַנגען צו דער נאָרע, אָבער דאַן האָבן זײ געזען װי די קאַץ האָט געכראָמטשעט אױף אַ קערפּער פֿון אַ גאַנצן אָקס. בשעת-מעשׂה האָט זי געמרוקעט אַזױ:
- מררר,מררר!
- סכּנות-נפֿשות, האָט דער בער געזאָגט צום האָז. אױ גװאַלד! די קאַץ הערט ניט אױף צו זאָגן "מער, מער". לאָמיר זיך באַהאַלטן װאָס גיכער, דו אונטער די אַלטע בלעטער און איך װעל אַרױפֿקריכן אױף אַ בױם.

װי נאָר זײ האָבן זיך באַהאַלטן איז אַ מײַזעלע אַרױסגעלאָפֿן פֿון אונטער די אַלטע בלעטער. די קאַץ האָט זיך אַ װאָרף געטאָן אױפֿן מײַזעלע. דער האָז איז שיִער ניט געשטאָרבן פֿון פּחד און האָט גענומען די פֿיס אױף די פּלײצעס און איז אַנטלאָפֿן העט װײַט. דער בער האָט געהערט דעם טומל, זיך געװאָלט אומדרײען, אָבער דאַן איז ער אראָפּגעפֿאַלן פונעם בױם, זיך צעבראָכן דעם קאָפּ און איז געבליבן ליגן אַ פּגר. די קאַץ מיטן פֿוקס דערנערן זיך נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג פֿון בער-פֿלײש.