ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

נאָטיצן 2016/21/08



הויפּט-נײַעס פֿון דער װאָך אין דער קולטור-װעלט.


  • אַן אַנאָנימער בריװ איז פּובליקירט געװאָרן באַשולדיקן די שאַפֿערס פֿון דער קומענדיקער װאַרנער בראָס-פּראָדוקציע "װוּנדער-פֿרוי" אין פֿאַרפּאַרטאַטשעװען די גאַנצע פֿילם. דער רעזשיסאָר, פּעטי יענקינס האָט געזאָגט אַז דער גאַנצער בריװ איז בלאָטע און ניט אמתדיק. אָנהענגערס פֿון װוּנדער-פֿרוי האָבן שטאַרק ליב געהאַט דעם נײַעם טרײלער װאָס איז אַנומלט אַרויס. װוּנדער-פֿרוי איז געשפּילט געװאָרן פֿון ישראלדיקער אַקטריסע גל גדותּ.

  • דער שװעדישער שרײַבער אַנדערס רידעל האָט אין אַן אינטערװיו געזאָגט אַז שװעדישע מוזײען האָבן עטלעכע ייִדישע קונסטװערק אין זײערע קאָלעקציעס װעלכע זײַנען געגנבֿעט געװאָרן פֿון די נאַציס במשך פֿון דער צװײטער װעלט-מלחמה.