ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

מעשֹיות פֿונעם נעפּלדיקן אינדזל טײל 4



פֿריִער אין מעשֹיות פֿונעם נעפּלדיקן אינדזל: אין אַן אַלטן װאַלד, אויפֿן בסודיקן אינדזל װאָס קײנער װײסט איז דאָ, ליגט דאָס מלכות פֿון די װעכטער-פֿעעס. דער לא-יוצלח, זענגע ביבערעק, איז אַנטלאָפֿן פֿון דעם שטאָט נעפּלװיל, נאָכן טויט פֿון גענעראַל גרעמיע סם. די קראַנקנשװעסטער, בעלאַ, איז געבליבן אין דער שפּיטאָל װוּ סם איז געטײט געװאָרן מיט אינסטרוקציעס צו באַשולדיקן זענגן אין דערהרגענען אים, כאָטש בעלאַ אַלײן איז שולדיק.  



זענגע איז געווען גערעכט. די פּאָליציאַנטן און די סאָלדאַטן זײַנען גיך אָנגעקומען אין שפּיטאָל אַרײַן. אין דעם נאָכאָפּעראַציעדיקן צימער נומער 67 האָבן זײ געפֿונען די קראַנקן-שװעסטער, בעלאַ, אין אַ װינקל, שטאַרק װײנענדיק און מאַניש רעדנדיק אונטער דער נאָז. ניט װײַט פֿון איר איז געליגן דער פּרעכטיקער גוף פֿון גענעראַל גרעמיע סם.

צװײ יונגע פּאָליציאַנטן האָבן אַרעסטירט בעלאַ בשעת עטלעכע סאָלדאַטן האָבן איבערגעקוקט די סצענע. נאָך עטלעכע פֿאַרהערן איז בעלאַ געװען אויסגעמוטשעט און זי האָט זיך געבראָכן דעם מוח פּראָבירן צו דערצײלן די סעלביקע מעשֹה לויט זענגעס אינסטרוקציעס יעדן מאָל.

הויפּט-אינספּעקטאָר אַלבין טשוגון האָט פֿאַררײכערט אַ פּאַפּיראָס און אַ טיפֿן זיפֿץ געטאָן אַז ער איז אַרײַנגעגאַנגען אין צימער. ער איז ניט געװען קײן גרויסער מאַן אָבער טאַקע אַן אומברחמנותדיקער און אַ קלוגער. איז ער געװען אַ חשובֿ און אַ באַרימטער פּאָליציאַנט װאָס אַפֿילו די סאָלדאַטן מיט הויכע ראַנגען האָבן באַװוּנדערט. פֿאַקטיש, אַז טשוגון האָבן דעם צימער אויסגעפֿאָרשט זײַנען אַלדי אַנדערע דערבײַ געװען שטיל. מע האָט נאָר געקענט הערן בעלאַס כליפּן.

דער אינספּעקטאָר איז געגאַנגען גלײַך צום בר-מינן פֿון גענעראַל סם, ער האָט געהויערט פֿאָרנט אים און האָט נאָך אַ זיפֿץ אַ טיפֿן געטאָן. נאָך אַ פּאָר מינוט האָט ער געקוקט אויף זײַן העפֿטל און נאָך דעם אויף בעלאַן גלײַך אין די אויגן אַרײַן און געפֿרעגט:

- און דו מײנסט אויף אמת אַז דער פּאַציענט, הער זענגע ביבערעק, װאָס איך מיטן גאַנצן מלחות קענען װי אַ גרויסן נאַר, טראָגט דאָס אַחריות?

ער קול איז געװען האַרט און קאַלט און די פֿראַגע קלאָר איראָניש. בעלאַ האָט שוין ניט געהאַט קײן כּוח מער צו דערצײלן די מעשׂה לויט זענגעס אינסטרוקציעס װײַל זי האָט שוין דערצײלט עטלעכע סאָלדאַטן און אַפֿילו מער פּאָליציאַנטן. האָט זי נאָר געענטפֿערט:

- יאָ, דאָס איז ריכטיק...

אַלבין טשוגון האָט שטאַרק דערשמעקט אַ צרה װײַל די מעשׂה איז ניט געליגן אויפֿן שׂכל. אָבער עס איז געװען די אײן און אײנציקע דערקלערונג אויף דער רגע.

- גוט, רבותי, מיר האָבן אַ חזיר צו כאַפּן! איך װיל אַ באַװעג-סקאַן פֿומעם גאַנצן װאַלד און מאַכט װאַכיק די נעפּל-אָפּטײל אַז אַ געפֿערלעכע פּליט װעט פּראָבירן צו פֿאָרן פֿונעם אינדזל, זײ זאָלן אים דערשיסן. ניט קײן פֿראַגעס, ניט קײן פּאַרדאָן, מיר שיסן צו דערהרגנען!

זענגע איז שוין געװען העט װײַט און איז אַרײַנגעלאָפֿן אין אַלטן װאַלד, דעם גרויסן טיפֿן װאַלד צװישן נעפּלװיל און דעם פֿאַרכּישופֿטן נעפּל װאָס איז געװען דאָ זינט דער אָנהײב פֿון צײַט.

 ער האָט אַװדאי פֿאַרשטאַנען אַז די קריגערס, װאָס מע רופֿט די נעפּל-אָפּטײל און װאָס אײן און אײנציקע אַרבעט זײַנען געװען צו זיכערשטעלן אַז קײנער אָן אַ דערלויב פֿאָרט אַרײַן אָדער אַרויס פֿונעם נעפּל, װעט אים דערשיסן אַזוי באַלד װי ער איז אַרויס פֿון װאַלד. דערפֿאַר האָט ער ניט געהאַא קײן פּלאַנע צו אַװעקפֿאָרן.