ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

דערצײל אַ מעשֹה


מיט אַ פּאָר חדושים צוריק האָבן מיר פּובליקירט אַן אַרטיקל װעגן דעם פֿענאָמען פֿון װידעאָ-שפּילן װעלכע זײַנען כּמעט אינטעראַקטיװע פֿילמען. פֿון זינט האָבן דער דאָזיקער שפּיל-טיפּ זיך װײַטער אַנטװיקלט. אַ נײַער שטראָם פֿון שפּילן באַזירט אויף באַקאַנטע טעלעװיזיע-סעריעס און פֿילמען זײַנען פֿאָרגעקומען. מע רופֿט זײ ”טעל-טײל”-שפּילן צוליב דעם װאָס עס איז טאַקע דער שפּילער װאָס דערצײלט די מעשֹה.

”טעל-טײל” איז אײגנטלעך ניט דער נאָמען פֿונעם זשאַנער, אָבער פֿון דער פֿירמע װאָס האָט געשאַפֿן די שפּילן. אַלדי דאָזיקע שפּילן זײַנען באַזירט אויף גרויסע טעלעװיזיע- און פֿילם-פּראָדוקציעס, למשל, ”די װאַלקין דעד” און "גײם אָף טראָנס”. אָבער די שפּּילן דערצײלן ניט די זעלבע מעשֹיות װעלכע מיר קענען פֿון די פּאָפּולערע סעריעס, אָבער מע שפּילט נאָר אין דער זעלבער סבֿיבֿה. צום בײַשפּיל, שטעלט זיך טעל-טײלס "גײם אָף טראָנס" פֿאָר במשך פֿון ראָב סטאַרקס אויפֿשטאַנד, אָבער די הויפּט-מעשֹה איז װעגן דעם גורל פֿון כאַראַקטערן װעלכע זײַנען ניט פֿאַראַן אין ניט דער טעלעװיזיע-סעריע ניט די ביכער. דערפֿאַר, איז "טעל-טײל"-שפּילן ניט נאָר אַדאַפּטאַציעס פֿון עקסיסטירנדיקע װערק, אָבער פֿאַרלענגערונגען פֿון די באַליבטע מעשֹיות.

ראָב סטאַרק - אַ הויפּטכאַראַקטער פֿון אי די ביכער אי דער טעלעװיזיע-סעריע


אַ װיכטיקער טײל פֿון די שפּילן איז אַז די אויסקלײַבן פֿונעם שפּילער װירקן אויף די מעשֹה. מע מוזט כּסדר אויסקלײַבן צװישן פֿאַרשײדענע ברירות װעלכע פֿורעמען דעם גורל פֿון די כאַראַקטערן. דערפֿאַר, קען מען שפּילן די "טעל-טײל"-שפּילן עטלעכע מאָל מיט פֿאַרשײדענע מעשֹיות.

ס'איז ניט פֿאַראַן קײן סך ”גײם-פּּלײ” אין די "טעל-טײל"-שפּילן. דאָס הײסט אַז ס’רובֿ אינהאַלט איז אָדער פֿילם אָדער סצענעס װוּ די כאַראַקטערן פֿירן זיך אַלײן. דערפֿאַר, איז עס אויך טאַקע גרינגע שפּילן װעלכע   סןף-כּל-סוף קענען לאַנגװײַליק װערן אויב די מעשֹה געפֿעלט דיר ניט.

די "טעל-טײל"-שפּילן זײַנען טאַקע ניט קײן טראַדיציאָנעלע שפּילן אָבער גיכער אינטעראַקטיװע פֿילמען. ס’איז אַ ביסל איראָניש אַז דער פּראָבלעם אָפֿט מאָל איז אַז זײ זײַנען ניט אינטעראַקטיװ גענוג.