ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

באַשאַ פֿרידמאַן איז געשטאָרבן



די שװעדיש-ייִדישע אַקטריסע און זינגערין באַשאַ פֿרידמאַן איז זונטיק געשטאָרבן אינעם עלטער פֿון 70 יאָר.


 פֿרידמאַן איז געבוירן געװאָרן אין פּוילן און איז געקומען קײן שװעדן װי אַ קינד. זי איז געװען אײן פֿון די גרעסטע אַרטיסטן אויף דער שװעדישער כּלי-זמר-סצענע און האָט אָפֿט מאָל געזונגען אויף ייִדיש.

װי אַן אַקטריסע איז פֿרידמאַן באַרימט איבערן גאַנצן שװעדן געװאָרן װי זיפּאַ זשוץ אינעם פֿילם קאָדיסבעלאַן (1993) און װי ”סיסטער יסטער” אינעם קלאַסישן קינדער-פּראָגראַם ”לילסטרומפּאַ און סיסטער יסטער” (1983). אָבער באַשאַ פֿרידמאַן האָט צום מערסטן געאַרבעט מיט טעאַטער און זי איז געװען אײן פֿון די גרינדערס פֿון דעם ייִדישן טעאַטער אין שװעדן.

אַ ליכטיקן גנ-עדן זאָל זי האָבן.