ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

אָפּגעריסנע שיך


קאָרנעליס װרײסװיִיק (1937-1987) איז אײן פֿון די באַקאַנטסטע און באַליבסטע שװעדישע מוזיקאַנטן. דאָ איז אײן פֿון װרײסװיִיקנס פּאָפּולערסטע לידער אויף ייִדיש, איבערגעזעצט פֿון נ. אָלניאַנסקי.



אַ פּאָר מענטשן טראָגן אָפּגעריסנע שיך
זאָג זשע מיר פֿאַרװאָס
אפֿשר השם װאָס אין הימל װוינט
מײנט עס זאָל זײַן אַזוי

דער אײבערשטער מאַכט די אויגן צו
און ער שלאָפֿט און שלאָפֿט
ער האָט ניט קײן כּוח זאָרגן זיך מיט
אָפּגעריסנע שיך

טאָג נאָך טאָג אײַלט זיך די צײַט
אָבער, װאָס אַרט עס מיר?
ל’סוף װאַרט דעם קבֿר פֿאַר יעדן מענטש
אי קבצן אי גבֿיר

אײדער װאָס װען האָט אַ ייִנגעלע שוין
איבערגענומען דײַן שטול
אָבער דו װײסט אַװדאי גאָרניט פֿון דעם
דאָ אין דײַן פֿינצטערן אָרון

כ’זאָרג זיך ניט מיט נעכט װאָס זײַנען פֿאַרבײַ
דאָס איז מײַן באָבעס דאגה!
כּל-זמן מײַן פּנים װעט בלײַבן דאָ
אין מײַן ליבלינגס האָר

איך בין אַ טיפּ אָן כּבֿוד און געלט
טאַקע אַ גרויסער שלימיל
אין אַ װינקל דער מלאך-המװת שטײט
ער נעמט מיך װען ער װיל

אַ פּאָר מענטשן טראָגן אָפּגעריסנע שיך
ביז זײ גײן ניט מער
דער שֹטן װאָס אין גיהנום װוינט
לאַכט אויף תּמיד פֿון דעם