ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

די שטוב פֿונעם זונאויפֿגאַנג


"די שטוב פֿונעם זונאויפֿגאַנג" איז אַן אַמעריקאַנער פֿאַלקסליד. מע װײסט ניט װער האָט דאָס ליד געשריבן אָבער עס איז באַקימט געװאָרן װען "די ענימעלס" האָט עס רעקאָקדיקט. דאָ איז אַן איבערזעצונג אויף ייִדיש:


ס'איז דאָ אַ שטוב אין ניו אָרלינס
װאָס מע רופֿט דעם זונאויפֿגאַנג
ס'איז געװען דער חורבן פֿון אַ סך ייִנגעלעך
אוי, גאָטעניו! כ'בין אײן פֿון זײ

די מאַמע איז געװען אַ שנײַדערקע
זי האָט גענײט מײַנע נײַע דזשינס
און דער טאַטע איז געװען אַ קאַרטיאָזשניק
דאָרטן אין ניו אָרלינס

אַ קאַרטיאַזשניק נײטיקט זיך נאָר אין
אַ קופֿערט און אַ טשעמאָדאַן
און ער איז נאָר גליקלעך
װען ער שיכּורט זיך אָן 

טאָ, מאַמע זאָג זשע דײַנע קינדער
מע טאָר ניט טאָן װאָס איך האָב געטאָן
 לעבן אין זינד און אויף צרות
אין דער שטוב פֿונעם זונאויפֿגאַנג

שטײ איך שוין אויפֿן פּעראָן
װאַרטנדיק אויף דער באַן
איך קער זיך צוריק קײן ניו אָרלינס
צו טראָגן די קײט נאָך אַ מאָל

 ס'איז דאָ אַ שטוב אין ניו אָרלינס
װאָס מע רופֿט דעם זונאויפֿגאַנג
און ס'איז געװען דער חורבן פֿון אַ סך ייִנגעלעך
אוי, גאָטעניו! כ'בין אײן פֿון זײ