ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

נאָטיצן 2016/04/09


װאָכנדיקע הויפּט-נײַעס פֿון דער קולטור-װעלט.

שפּיל. מע האָט אַ װאַנט פֿונעם ראָטהויז אין תּל-אַבֿיבֿ איבערגעמאַכט אין אַ גרויסן טעטריס-שפּיל. מע קען דעם שפּיל טאַקע שפּילן מיט אַ ריזיקן דזשוי-סטיק.

פֿילם און טעאַטער. די ייִדישע קאָמיקערין אײמי שומער האָט אַנומלט אויפֿגעטרעט אין שטאָקהאָלם. דורכן שטיק איז שומער אַטאַקירט געװאָרן פֿון אַ צװישנרופֿער װאָס האָט געשריען אַז שומער זאָל זיך אָויסטאָן נאַקעט. שומער האָט אַלײן אים אַרויסגעװאָרפֿן פֿון דער אַרענע.

ליטעראַטור. די נעאָ-נאַציסטישע צײַטונג ”ניאַ טידער” (ברך ”נײַע צײַטן”) װעט כאָטש אַלץ פֿאָרשטעלן זײַן פּובליקאַציע אויפֿן גרויסן שװעדישן בוך-אויסשטעלונג אין שטאָקהאָלם. דער אָרגאַניזאַטאָר האָט פֿריער צוריקגעצויגן ניאַ טידערס צוטריט צו אויסשטעלן, אָבער האָט שפּעטער פֿאַרבעטן די נאַציסטן נאָך אַ מאָל.