ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

נאָטיצן 2016/11/09


װאָכנדיקע הויפּט-נײַעס פֿון דער קולטור-װעלט.


ליטעראַטור. דער שֹמעון װיזנטאַל-צענטער האָט זיך אין אַן עפֿנטלעכן בריװ געבעטן בײַם שװעדישן פּרעמיער סטעפֿאַן לעװען אַז מע װאַרפֿט אַרויס די נעאָ-נאַציסטישע צײַטונג ”ניִאַ טידער” פֿון דער יערלעכער שװעדישער בוך-אויסשטעלונע.  דער אָרגאַניזאַטאָר האָט פֿריער צוריקגעצויגן ניאַ טידערס צוטריט צו אויסשטעלן, אָבער האָט שפּעטער פֿאַרבעטן די נאַציסטן נאָך אַ מאָל.

שפּיל. אַ נײַער סופּער מאָריאָ-שפּיל װעט זײַן אַרויס צו פֿאַרשײדענע עפּל-פּלאַט-פֿאָרמעס. ”לויפֿט, סופּער מאַריאָ” װעט זײַן אַ שפּיל מע קען שפּילן מיט נאָר אײן האַנט און נינטענדאָ מיטן שאַפֿער שיגעראָ מיִאַמוטאָ האָפֿן אַז דער שפּיל װעט זײַן אַזוי הצלחהדיק װי פּאָקעמאָן גאָ.