ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

די 80ער יאָררן קומען צוריק


די נײַע נעטפֿליקס-סעריע "סטרײנדזער טהינגס" שטעלט זיך פֿאָר אין די 80ער יאָרן. דאָס בלעטעלע האָט געקוקט אויפֿן ערשטן סעזאָן!



”סטרײנדזשער טהינגס" (ברך "מאָדנערע זאַכן") איז אַ נײַע טעלעװיזיע-סעריע פֿון נעטפֿליקס. די סעריע שטעלט זיך פֿאָר אין משך פֿון די 80ער יאָרן און האַנדלט זיך מיט פֿיר יונגע חבֿרים אינעם פֿיקטיװן אַמעריקאַנער דאָרף, האַװקינס, אינדיאַנע. די פֿיר ייִנגלעך זײַנען סטערעאָטיפּישע אַמעריקאַנער ”נערדס” און פֿאַראינטערעסירן זיך למשל מיטן ראָלע-שפּיל ”דאַנדזענס & דרעגאָנס” (ברך "גריבער און דראַקאָנען”) און די ביכער פֿון דזשײ. ר. ר. טאָלקין. דערפֿאַר, האַלט די עפּיסאָדן אַ סך רעפֿערענצן צו ראָלע-שפּילערײַ און דער װעלט פֿון טאָלקין. פֿאַר אַן אָנהענגער פֿון אַזעלכע זאַכן הײסט דאָס נאָך אַ נאָסטאַלגישן עלעמענט פֿון דער סעריע.

די מעשֹה פֿון סטרײנדזשער טהינגס איז צום ערשטן גאַנץ פּשוט און די סעריע שטעלט זיך פֿאָר װי אַ געװײנטלעכע פּראָגראַם פֿון די 80ער יאָרן. אָבער, אײדער װאָס װען געשען זײער מאָדנע זאַכן אינעם דאָרף. אײן פֿון די ייִנדלעך, װיל, װערט פֿאַרשװוּנדן. עס דאַכט זיך אַז אַ ברידרער מאָנסטער האָט אים מיטגעבראַכט אין אַן אָלטערנאַטיװער אויסמעסטונג אַרײַן.

מענטשן װאָס זײַנען געװען יונגע אין משך פֿון דער 80ער יאָרן װעלן מסתּמה פֿרײדן זיך אַ סך אין דעם װאָס די סעריע האָט טאַקע געכאַפּט דעם געפֿיל פֿונעם דאָזיקן יאָרצענדלינג. סטרײנדזשער טהינגס איז אָבער אַ טעלעװיזיע סעריע פֿאַר יעדער אײנער װאָס האָט ליב אַ גוטע שפּאַנענדיקע אַװאַנטירע.


װײַאָנאַ רײַדער אין סטרײנדזשער טהינגס


די סעריע איז געשאַפֿן געװאָרן פֿון די צװילינגברידער מעט און ראָס דאַפֿער װעלכע האָבן אויך רעזשיסירט די סעריע צוזאַמען מיט זשאַן לװי. די דאָזיקע דרײַ מענטשן זײַנען אויך פּראָדוצענטן צוזאַמען מיט דן כּהן. די אַקטיאָרן פֿון סטרײנדזשער טהינגס טוען אַ גוט שטיקל אַרבעט דורך דער גאַנצער ערשטן סעזאָן. אײן פֿון זײ איז די באַקאַנטע אַקטריסע װײַנאָנאַ רײַדער װאָס שפּילט אײן פֿון די הויפּטראָלעס.