ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

אינדעפּענדענס דײ: ריסערדזשענס


מיט 20 יאָר צוריק איז דער קלאַסישער פֿילם אינדעפּענדענס דײ אַרויסגעלאָזט געװאָרן. דאָס  בלעטעלע האָט געגוקט אויפֿן המשך און מיר זײַנען לײדער ניט צופֿרידן מיט אים.

ראָנאַלד עמעריש, איז אײן פֿון די הצלחהדיקסטע רעזשיסאָרן אין האָליװאָד. אין די 90ער יאָרן האָט ער רעזשיסירט למשל יוניװערסעל סאָלדיער (1992), סטאַר גײט (1994) און אינדעפּענדענס דײ (1996). דער לעצטער פֿןן זײ איז געװען דער ערשטער פֿילם װאָס האָט פֿאָרדינט איבער $100 מיליאָן נאָך דער ערשטער װאָך אין קינאָ. זינט דעמאָלט האָבן די פֿילמען פֿון עמערישן אָבער ניט געהאַט די קריטיקערס געפֿעלט. כאָטש דעם װאָס עטלעכע פֿון זײ האָבן טאַקע פֿאַרדינט אַ סך געלט בלײַבט אינדעפּענדענס דײ דעם פּאָפּולערסטן פֿילם פֿון עמערישן. איז עס אפֿשר ניט קײן גרויסער חידוש אַז דער דײַטשער רעזשיסאָר האָט סוף-כּל-סוף אַ צװײטן טײל פֿונעם פֿילם געשאַפֿן. אינדעפּענדענס דײ: ריסערדזשענס איז אַרויסגעלאָזט געװאָרן אין יוני הײַיאָר, 20 יאָר נאָך דעם ערשטן פֿילם, און אַלדי הויפּט-אַקטיאָרן פֿונעם אָריגינאַל - אַחוץ װיל סמיטה - באַטײליקן זיך אינעם נײַעם פֿילם. דאַס הײסט אַקטיאָרן װי למשל דזשעף גאָלדבלום און ביל פּולמאַן.

ליאַם העמסװאָרטה און דזשעף גאָלדבלום

דער צװײטער טײל אינעפּענדענס דײ איז לײדער ניט קײן גוטער פֿילם. פּונקט פֿאַרקערט, ער איז גאַנץ שלעכט און נודנע. עס האַנדלט זיך מיט די זעלבע ענינים װי זײַן פֿאַרויסגײער און די מעשֹה איז אין גרונט די זעלבע װי אין 1996, אַ פּאָר פּרטים ארויף אַ פּאָר פּרטים אַראָפּ. דערפֿאַר, איז אינדעפּענדענס דײ 2 אָבער אַ מין נאָסטאַלגישע נסיעה און עס איז כאַטש אַלץ גוט צו זען דזשעף גאָלדבלום װי דוד לװינסאָן נאָך אַ מאָל. אָבער ניט געקוקט אויף דער דאָזיקער נאָסטאַלגיע איז דער פֿילם פּשוט ניט גוט גענוג. דער מאַנוסקריפּט איז ניט גוט גענוג, די דיאַלאָגיע איז ניט גוט גענוע און די ספּעציעלע עפֿעקטן איז טאַקע ניט גוט גענוג. אַ גרויסע אַנטוישונג.