ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

נאָטיצן 2016/09/10


װאָכנדיקע הויפּט-נײַעס פֿון דער קולטור-װעל



קולטור. ישׂראל קריסטאַל, אַ לעבן געבליבענער פֿון חורבן און דער עלטסטער מאַן אויף דער וועלט, וועט פּראַווען זײַן בר־מיצווה 113 יאָר אָלט.

ספּאָרט. דער ישֹראָלער מאַנשאַפֿט האָט געװוּנען איבער ליכטענשטײן 2-1 אין דער דריטער קװאָליפֿיקאַציע רונדע צו דער פֿיפֿאַ פֿוסבאָל װעלט-מײַסטערשאַפֿט 2018.

פֿילם און טעאַטער. דער אַמעריקאַנער-ייִדישער אַקטיאָר בען שטילער האָט דערצײלט אַז ער איז דיאַגנאָזירט מיט קאַנסער געװאָרן מיט צװײ יאָר צוריק. מע האָט דעם קאַנסער הצלחהדיק באַהאַנדלט און שטילער איז הײַנט געזונט.

קולטור. די יערלעכע טאַטוירונג-קאָנװענץ אין תּל-אַבֿיבֿ איז אַראַנזשירט געװאָרן דעם 7טן אָקטאָבער. 140 אַרטיסטן פֿון אַרום דער װעלט זײַנען געקומען קײן ישֹראָל כּדי זיך צו באַטײליקן אין דער געשעעניש.