ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

נאָטיצן 2016/16/10


װאָכנדיקע הויפּט-נײַעס פֿון דער קולטור-װעלט.

ליטעראַטור. דער באַקאַנטער ייִדישער מוזיקער און פּאָעט באָב דילאַן האָט באַקומען די נאָבעל-פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור. נאָך דעם װאָס די שװעדישע אַקאַדעמיע האָט דעם געװינער אַנגעזאָגט האָבן אַ סך שװעדישע קולטור-זשורנאַליסטן דעם באַשלוס שטאַרק קריטיקירט. זײ האָבן געמײנט אַז דילאַן איז געװען אַ פּאָפּוליסטישער אויסקלײַב.

מוזיק. דער ייִדישער זינגער דרײק איז נאָמינירט געװאָרן פֿאַר 13 אַמעריקען מיוסיק אַװאַרדס. דערמיט האָט ער געשלאָגט מײַקל דזשײקסאָנס אַלטן רעקאָרד. דזשעקסאָן איז נאָמינירט געװאָרן פֿאַר 11 פּריזן אין 1984.