ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

נאָטיצן 2016/23/10


װאָכנדיקע הויפּט-נײַעס פֿון דער קולטור-װעלט.



ליטעראַטור. באָב דילאַן האָט נאָך ניט איבערגעלאָזט קײן קאָמענטאַר װעגן דעם װאָס ער איז באַלוינט מיט דער הײַיאָריקע נאָבעל-פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור געװאָרן. דערפֿאַר, האָט די שװעדישע אַקאַדעמיע געזאָגט אַז מע װעט ניט מער זוכן דילאַנען. אַ מיטגליד פֿון דער אַקאַדעמיע איז נאָכן באַשלאָס געװען שטאַרק איו כּעס מיט דילאַנען און האָט אים באַטיטלט װי אַן אַראָגאַנטן מענטש.

מעדיע. די אײ-די-על האָט אָנגעשריבן אַ נײַעם רעפּאָרט װעגן אַנטיסעמיטיזם פֿון אָנהענגערס פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט-קאַנדידאַט, דאָנאַלד טראַמפּ. די אָרגאַניזאַציע האָט געפֿונען בערך 20.000 אַנטיסעמיטישע באַמערקונגען אויף טװיטער װעלכע איז צוגעשיקט געװאָרן צו ייִדישע זשורנאַליסטן זינט אָנהײב פֿון דער פּרעזידענט-קאַמפּאַניע פֿון טראַמפּן.

מעדיע. דזשוליאַן אַסאַנדזש טאָר מער ניט באַניצן די אינטערנעץ אויף דער עקװאַדאָרער אַמבאַסאַדע אין לאַנדאָן װוּ ער האָט זיך באַהאַלטן זינט 2012. די אַמבאַסאַדע האָט ניט געװאָלט אַסאַנדזש אויף דער אינטערנעץ צוליב דעם װאָס ער האָט פּובליקירט טעקסן װעלכע קערן װירקן אויף די אַמעריקאַנער װאַלן.