ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

אין אַ פֿוטוריסטישן װילדן מערבֿ


װעסט-װאָרלד, אַ נײַע טעלעװיזיע-סעריע װוּ דער ייִדישער אַקטריסע עװאַן רײצל װוּד שפּילט די הויפּט-ראָלע, איז אַרויס אויף אײדזש-בי-אָ. דאָס בלעטעלע האָט געקוקט אויף די צװײ ערשטע עפּיסאָדן.


אין װעסט-װאָרלד, אַ פֿוטוריסטישער, הויך-טעכנאָלאָגישער לונאַפּאַרק פֿאָרגעשטעלט אין דעם װילדן מערבֿ, קענען די באַזוכערס פֿאַרנעמען זיך מיט גװאַלדיקע אַװאַנטורעס אין דער פּרעריע אָדער טרינקן משקה בײַ אַן אמתדיקער קאַובוי-שענק. אין דער צוקונפֿט האָבן, פֿאַרשטײט זיך, װיסנשאַפֿטלערס געשאַפֿן אַנדראָידן מיט אַװאַנסירטער קינסטלעכער אינטעליגענץ און זײער אַ רעאַליסטישן אויסזען. די דאָזיקע אַנדראָידן באַפֿעלקערן װעסט-װאָרלד װוּ זײ שפּילן די הויפּט-ראָלעס אינעם לונאַפּאַרק. יעדן טאָג פֿאָלגן זײ די זעלבע מאַנוסקריפּט און בײַ נאַגט מעקט מען זײערע אָנדענקען אויס.

אַז די װיסנשאַפֿטלערס װעלכע פֿירן דער לונאַפּארק אָן האַלטן אָן צו װײַטער אַנטװיקלען די אַנדראָידן װערן זײ מער און מער װי מענטשן און אַ פּאָר פֿון זײ הײבן אָן צו געדענקען װאָס איז אַמאָל געשען אין װעסט-װאָרלד. דאָס הײסט שװערע אָנדענקן פֿון מאָרדן, פֿאַרגוואַלדיקונגען און אַנדערע טראַװמעס. װעלן די אַנדראָידן מסתּמה אָרגאַניזירן אַן אויפֿשטאַנד!



צװײ עפּיסאָדן פֿון װעסט-װאָרלד זײַנען הײַנט אַרויס און עס דאַכט זיך מיר אַז די סעריע װעט זיך אַנטװיקלען אין אַן אמתדיקן קלאַסיקער. װעסט-װאָרלד איז באַזירט אויפֿן פֿילם מיטן זעלבן נאָמען, אָנגעשריבן פֿון מײַקל קרײטן (1942-2008) אין 1976 און מע האָט אים דערפֿאַר קרעדיטירט װי אַ שרײַבער אויך פֿון דער סעריע. דער נײַער װעסטװאָרלד איז אָבער געשאַפֿן און געשריבן פֿונעם פּאָרפֿאָלק ליסאַ דזשוי און יונתּן נאָלאַן. זי איז פּראָדוצירט געװאָרן פֿון דזשיי דזשיי אבֿרהמס, דזשערי װײַנטראָפּ און ברײַאַן בערק. די הויפּט-ראָלעס זײַנען געשפּילט געװאָרן פֿון עד העריס, אַנטאָני האָפּקינס און עװאַן רײצל װוּד.