ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

דער טײַװל גיי אַ טאַנץ


אַ נײַגעשריבן טרינק-ליד װעגן אַ טײַװל און אַ מויז אין אַ הויז אין עק װעלט.

פֿון: נ. אַלניאַנסקי


אַ מאָל איז געװען
אַ הײמיש הויז
אין עק װעלט

אין דעם דאָזיקן הויז
האָבן געװוינט אַ טײַװל
מיט אַ חוצפּהדיקער מויז

האָט די מויז געזאָגט
לאָמיר זיך אָנשיכּורן
טאָג אײַן טאָג אויס

װײַל די װעלט איז פֿול מיט צרות,
טרויער, שרעק און פּײַן
ס’איז אָבער אונדז ניט ביטער
כּל-זמן ס’איז יש פֿאַראַן

דער טײַװל גיי אַ טאַנץ
טרינקן משקה, טרינקן יש
דער טײַװל גײ אַ טאַנץ

דער טײַװל גיי אַ טאַנץ
אַ סיבה פֿאַר אַ שֹימחה
איז תּמיד דאָ פֿאַראַן

דאָס לעבן פֿון אַ טײַװל
איז טאַקע, טאַקע שװער
פֿונעם װיגעלע ביזן קבֿר
ער נאָר אימה זעט
אָבער מיט אַ מויז אין שטוב
דאָס לעבן איז אַ פֿרײד
אַפֿילו פֿאַרן טײַװל 
אינעם הויז אין עק װעלט

איז אַנגעקומען אין הויז
אַ כּליזמר מיט
אַ רויטער נאָז

האָט די מויז שטאַרק געלאַכט
לאָמיר טרינקן משקה
דורך דער גאַנטצער נאַכט

דער טײַװל גיי אַ טאַנץ
כּליזמר שפּילט אַ לידעלע
דער טײַװל גײ אַ טאַנץ

דער טײַװל גיי אַ טאַנץ
אַ סיבה פפֿאַר אַ שֹימחה
איז תּמיד דאָ פֿאַראַן

זיבן ציגלעך
האָבן דאַן
די חבֿרותא פֿאַרבײַגעטאַנצט

האָט די מויז זײ צוגערופֿן
חבֿרים, קומט אַרײַן אין שטוב
און טרינקט מיט אונדז!

דער טײַוול גיי אַ טאַנץ
אוי, חבֿרים קומט אין קאָן
דער טײַװל גײ אַ טאַנץ

דער טײַװל גיי אַ טאַנץ
אַ סיבה פֿאַר אַ שֹימחה
איז תּמיד דאָ פֿאַראַן