ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

כ'האָב מורא פֿאַר דער פֿינצטערניש



מיט 24 יאָר צוריק איז דערשינען דאָס קאָמפּאַקטל ”פֿער אָף די דאַרק” פֿון דער בריטעשער קאַפּעליע, אײַראָן מײדן. דאַס קאָמפּאַקטל איז מײדנס הצלחהדיקסטע ביז הײַנט, מיט בערך 500.000 פֿאַרקויפֿטע עקזעמפּלאַרן אין אַמערי’קע אַלײן. דאָ איז אַן איבערזעצונג פֿונעם הויפּט-ליד:


איך בין אַ מענטש װאָס גײט אַלײן
און אויפֿן שטאָק פֿינצטערן װעג
אָדער אינעם סמוטנעם פּאַרק

װען עס װערט טונקל אומעטום
איז עס מיר אַ ביסל שװער
איך בין אומרויִק אין דער נאַכט

כ’האָב מורא פֿאַר דער פֿינצטערניש
איך שרעק זיך תּמוד
 עס זײַנען שדים דאָ פֿאַראַן

כ’האָב מורא פֿאַר דער פֿינצטערניש
און פֿאַר די גײַסטן 
װעלכע איך זע אין דער נאַכט

דו זיצט אין אַ װינקעלע אַלײן
און ציטערט װי אַ בלעטעלע
בעת דו זוכסט דעם קלארק ליכט

מאַכסטו דײַנע מידע אויגן צו
דו הערסט די קולער נאָך אַ מאָל
עמעצער באַטראַכט דאָך דיר


כ’האָב מורא פֿאַר דער פֿינצטערניש
איך שרעק זיך תּמוד
 עס זײַנען שדים דאָ פֿאַראַן

כ’האָב מורא פֿאַר דער פֿינצטערניש
און פֿאַר די גײַסטן 
װעלכע איך זע אין דער נאַכט


אַ שרעקפֿילם קערט יאָ בלײַבן אין דײַן זין
אויב מע האָט שטאַרק מורא פֿאַר אים,
בײזע מכשפֿות אין דײַן טרוים

דו גײסט דאָך אַראָפ פֿון זינען אַז
די שאָטנס טאַנצן אויף דער װאַנט
ביסט אַ משוגענער, אַ נאַר!


כ’האָב מורא פֿאַר דער פֿינצטערניש
איך שרעק זיך תּמוד
 עס זײַנען שדים דאָ פֿאַראַן

כ’האָב מורא פֿאַר דער פֿינצטערניש
און פֿאַר די גײַסטן 
װעלכע איך זע אין דער נאַכט