ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

וועגן דער אָנלײַן-אויפֿגאַבע



אַ פּאָר מאָל אַ יאָר וועלן מיר זיך צונויפֿזאַמלען טעקסטן פֿון דער װעבזײַט כּדי צו שאַפֿן אַ פּי-די-עף-טעקע פֿאַר אײַך צו אַראָפּלאָדן. די טעקעס וועלן האָבן אײן פּנים פֿון דער אַלטער דאָס בלעטעלע-צײַטשריפֿט װאָס איז אַרויסגעלאָזט געװאָרן צװישן 2011-2013. די אידײ פֿון שאַפֿן די טעקעס איז אי צו אָפּהיטן דעם צײַטשריפֿט-לעגאַט פֿון דאָס בלעטעלע, אי צו מאַכן עס גרינג פֿאַר אײַך צו לײענען די טעקסטן אָפֿלײַן. מע קען אויך אָבאָנירן די אָנלײַן-אויפֿגאַבע כּדי צו כּסדרדיק באַקומען די טעקעס אין אַ בליצבריװ באַלד װי זײ זײַנען געשאַפֿן געװאָרן. לײענט װײַטער וועגן װי אַזוי צו אָבאָנירן דאָ.