ליטעראַטורמוזיקפֿילם און טעאַטערספּאָרטעסןשפּילמעשֹיות און פּאָעזיע

דאָס בלעטעלע

וועגן דער צײַטשריפֿט





"דאָס בלעטעלע" איז אַרויסגעלאָזט געװאָרן ווי אַ געדרוקטע צײַטשריפֿט פֿון 2011 ביז 2013. זי איז געװען אַ קולטור-צײַטשריפֿט מיט אַ מאָדערנעם טעם. מיט די בלעטלעך האָבן מיר געװאָלט אונטערשטיצן אַ לעבעדיק לשון. אונדזער הױפּט-ציל איז געװען אַ װעלטלעך טאָגטעגלעך ייִדיש װאָס טראָגט אַרױס כּלל-ייִדיש פֿון די שװעדישע קלאַס-צימערן אין װעלט אַרײַן. דאָס הײסט, מיר האָבן געװאָלט זײַן אַ טײל פֿונעם מאָדערנעם ייִדישן לשון, האָבן מיר געשריבן װעגן הײַנטצײַטיקע ענינים, למשל װעגן נײַע פֿילמען, די לעצטע קאָמפּאַקטלעך, װידעאָ-שפּילן און אַזױ װײַטער.